Pinned Tweet
סובסקרייבט און בלייבט אינפארמירט.
מוזמנים לעקוב!! 👇
@Published_I
האט איר הנאה געהאט היינט דורכאויס די טאג פון לייביש'ל?
(אייער שטימע אין דעם פאול קען ברענגען אמת'ע רעזולטאטן בעז"ה)
57%יא, זייער. שנעל, בזמן!
21%נישט אנגעקומען צו ליינען
21%נישט ממש. קאמענטארן סעקשן
14 votes • 3 daysמיט'ן שליסן פון די וואל קאבינעס היינט דינסטאג נאכט 10:00 אזייגער, זענען פארעפנטליכט געווארן די 'עקזיט פאולס' פון די פינף הויפט נייעס אגענטורן, וואס שטעלן פאר א דראמאטישן פאליטישן מצב מיט גאר גרויסע חילוקים צווישן די פאראויסשאצונגען.
בשעת וואס די עקזיט פאולס פון קאנאל 12, קאנאל 13, און כאן 11 געבן פאר'ן רעכטן בלאק בלויז 50 מאנדאטן, צייגט דער עקזיט פאול פון קאנאל 14 אז דער בלאק האלט ביי 60 מאנדאטן, וואס דאס איז ממש א האר אפגערוקט פון א מערהייט אין די כנסת.
די ליכוד פארטיי, אונטער דער פירערשאפט פון בנימין נתניהו, האלט אן איר כח אלס די גרעסטע פארטיי מיט צווישן 24 און 30 מאנדאטן. די ישר פארטיי בראשות גדי אייזנקאט קומט ארויס אלס א מעכטיגער פאליטישער כח מיט צווישן 19 און 23 מאנדאטן, און די ביחד פארטיי געפירט דורך נפתלי בענעט באקומט צווישן 11 און 15 מאנדאטן, געוואנדן לויט די פארשידענע עקזיט פאולס.
ביים חרדי'שן ציבור ווערט געשאצט אז די ש"ס פארטיי וועט געווינען צווישן 6 און 9 מאנדאטן, בשעת יהדות התורה באקומט לויט די שאצונגען צווישן 6 און 7 מאנדאטן. פון די אנדערע זייט, די הציבור החרדי 'כלומישע פארטיי' אונטער דער פירערשאפט פון מאטי לייטנער מצליח נישט אריבערצוגיין דעם 'אחוז החסימה' אין קיין איינע פון די עקזיט פאולס. דאס זעלבע איז מיט די עמך ישראל פארטיי פון עופר וינטר, די רעזערוויסטן און עקאנאמישע ליסטע פון יועז הענדל און ירון זליכה, און נועם לישראל אונטער אבי מעוז, וואס פאלן אלע דורך און בלייבן אינדרויסן.
א שטארקע כח זעט מען אויך ביי די אראבישע פארטייען, ווען די דזשאוינט ליסט אינאיינעם מיט רע"ם באקומען צווישן 16 און 18 מאנדאטן. יעצט, ווען מ'הייבט שוין אן ציילן די אמת'ע שטימען, זענען אלע אויגן געוואנדן צו די הויפט שאלה: צי די חילוקים פון די עקזיט פאולס וועלן זיך פארקלענערן, און צי איינע פון די בלאקן וועט באקומען די נויטיגע מערהייט וואס פעלט זיך אויס אויפצושטעלן א רעגירונג?.
*
ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז דאס זענען בלויז די רעזולטאטן פון די פאולס, און נישט קיין עכטע אפיציעלע רעזולטאטן. דורכאויס די נאכט, ווען די ציילונג וועט פאראויסגיין, ערווארט מען אז די בילד וועט ווערן קלארער, און ס'איז מעגליך אז ס'וועט זיין טוישונגען אינעם באלאנס פון פארטייען, און אלעס ארום.
דערווייל גרייטן זיך די הויפטקווארטירן פון די פארטייען אויף גאר אנגעצויגענע שעות, ווען די הויפט שאלה איז צי די טרענדס וואס מ'זעט יעצט אין די פאולס וועלן טאקע אנהאלטן אויך ביי די עכטע רעזולטאטן - לייביש'ל
נאכפאלגענדיג די פארלוסט פון דער בראזיליאנער סענעטאר פלאוויא באלסענערא, וועלכער האט צוויי טעג צוריק פארלוירן די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל, קעגן דעם אמטירנדן פרעזידענט לולו, ווערט היינט באריכטעט איבער א מעגליכקייט אז באלסענערא איז אנטלאפן פון לאנד.
באלסענערא האט זיך אנטזאגט פון אנערקענען זיין פארלוסט, טראץ וואס זיין פארטיי האט יא דערקלערט אז זיי אנערקענען די פארלוסט. באלסענערא שטייט אויס קלאגעס פון געלט וואשעריי, און נעכטן איז ארויסגעגעבן געווארן א אורטייל אז ער דארף אריינגעבן זיין פאספארט ביז פיר און צוואנציג שעה, ווילאנג די אויספארשונג גייט אן.
נאך וואס ער האט נישט איינגעגעבן דעם פאספארט האט אנגעהויבן צירקולירן פארשידענע קלאנגען אז בארסענעלא איז אנטלאפן פון לאנד, מעגליך קיין ארגענטינא, וואו די ארטיגע אויטאריטעטן האבן דערווייל געלייקנט אז זיי זאלן אים שענקן שוץ, און מעגליך קיין אמעריקע, נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט אז ער שטעלט זיך אויפן זייט פון באלסענערא, און אז די ארטיגע וואלן זעהט אויס שרעקליך קארופטירט.
מדינת ישראל האט היינט אפגעהאלטן נאציאנאלע וואלן אין לאנד, אריינציוועלן פארשטייער אין די ארטיגע רעגירונגס ביוראען און לאקאלע פאליטיקאנטן. לויט ווי די באאמטע זאגן האט זיך אנגעזעהן א מאסיווע טורנאוט ווען א מערהייט איינוואוינער זענען ארויסגעקומען אין די מאסן אפגעבן זייער שטימע.
לויט די ערשטע עקזיט פאולס וואס קומען ארויס אין די לעצטע שעה, ווערט אנגעוויזן אויף א שטארקע פארדינסט דורך די ליכוד פארטיי, פיל שטערקער ווי ערווארטעט, און אויך די אראבישע פארשטייער זענען אריינגעקומען שטארק. מאמענטאל איז זייער אומקלאר צו דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו וועט האבן די מעגליכקייט צוזאמצושטעלן א קאאליציע, מיט א מעגליכקייט אז מען וועט דארפן גיין פאר א פרישע רונדע וואלן.
הייסט אז די טראמפ אדמיניסטראציע גייט יא לויט געוויסע באריכט געבן בירגערשאפט פאר דער אנטלאפנער בראזיליאנער סענאטאר און פרעזידענטליכער קאנדידאט פאליווא באלסאנערא???
קיין איין זייט האט נישט קיין גרינגן וועג צו קענען שטעלן א רעגירונג. דער 'גוש השינוי' האלט טאקע אביסל פאראויס לויט די הויפט עקזיט פאולס, אבער אן די אראבישע פארטייען קענען זיי בשום אופן נישט אנקומען צו קיין 61. פונקט אזוי איז נתניהו'ס בלאק אויך ווייט פון די נויטיגע 61 מאנדאטן. דער פרעזידענט יצחק הערצאג וועט האבן א שווערע ארבעט פאר זיך, און מען ערווארט א לאנגע און קאמפליצירטע קאאליציע פראצעדור.
אין זיין ערשטע רעאקציע האט אייזנקאט געזאגט: "אויב דאס זענען די ענדגילטיגע רעזולטאטן, וועל איך גלייך האנדלען אויסצופירן דעם באשלוס פונעם ציבור, איבערצוטוישן נתניהו'ס רעגירונג, און אויפשטעלן א ציוניסטישע גיוס-רעגירונג."
באקאנטן איזראעלי זשורנאליסט עמית סגל, יעצט אויף די לינקע קאנאל 12 מידיע. "נתניהו האט פארלוירן זיין מאיאריטעט ביי אלע טשענעלס, אבער דאך פארמאגט אייזנקאט נישט קיין שטאבילע רעגירונג"
דער פאול פון פאולס: די פולשטענדיגע פאראויסשאצונגען און דאטא פון אלע נייעס קאנאלן, פארגעשטעלט דורך די בארימטע קאנאל 14
א מאסיווע דערגרייכונג פאר ש"ס. טראץ אלע פריצייטיגע הספדים אין די טעלעוויזיע סטודיאוס, צייגן די ערשטע עקזיט פאולס אויף קאנאל 14 אז ש"ס באקומט 9 מאנדאטן, און קאנאל 12 גיט זיי 8. עס איז שטענדיג אזוי ביי יעדע וואלן, אז ש"ס ענדיגט פיל העכער אין די ענדגילטיגע ריכטיגע רעזולטאטן.
טעות לעולם חוזר:
נעכטן ביי די ריזיגע פאליטישע 'מייק לאלולער ראלי' אין ראקלענד קאונטי, אינאיינעם מיט'ן באליבטן סענאטאר און אידן פריינד קאנדידאט ביל וועבער, איז געזעהן געווארן ווי איינער פון די זעלבסט-געקרוינטע כלומ'שע עסקנים אטאקירן דעם סענאטאר מיט ביליגע פאנטאזיעס איבער זיין געטרייע אפיס, וואס שטייט צו די רעכטע האנט פאר הונדערטער מאנסיער איינוואוינער.
לייביש'ל פארדאמט שארף דעם אומדערהערטן אקט, ובפרט ווען קוועלער צו לייביש'ל ווייסן צו דערציילן אז דער מענטש איז געהאלפן געווארן מער ווי איינמאל דורכן סענעטאר וועבער.
איך בין דערפאר אז אייזנקאט זאל זיך צוזאמענשטעלן מיט די אראבער; מ'דארף נישט מורא האבן זיי אריינצונעמען אין די קאאליציע." | פראפעסאר משה כהן-אליה: "זיי רעדן נישט קיין ליבעראלע שפראך, נאר זיי פאדערן גאר אן אייגענע קולטורעלע און טעריטאריאלע אויטאנאמיע - וואס דאס איז פיל ערגער."
עת צרה היא ליעקב: בארימטער משפחה הויפט-רעדאקטאר און ידיד המערכת ר' אריה ארליך אין א שמועס מיטן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, געציילטע שעות איידערן פארמאכן די ארטיגע וואלן.
הגה"צ אב"ד שיכון וויזניץ, בן מרן האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש, ביי א באזוך יעצט פארנאכטס אינעם צענטראלן הויפט-קווארטיר פון חסידות וויזניץ, אינאיינעם מיט די חברי הכנסת יצחק גאלדקנאפף און יעקב טעסלער. דער משב"ק פונעם רבי'ן, ר' בנציון שטאנגער, איז געזען געווארן אין באגלייטונג פונעם וויצע מעיאר פון בני ברק, העסקן ר' יהושע מענדל (צילום: יוסי לוי)

















